Pular para o conteúdo
Publicidade

Números 17

1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 זאָג צו אֶלעָזָר דעם זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן, ער זאָל אױפֿהײבן די פֿײַערפֿאַנען פֿון צװישן דער פֿאַרברענונג, און דאָס פֿײַער װאַרף אַװעק; װאָרעם זײ זײַנען געװאָרן הײליק. 3 די פֿײַערפֿאַנען פֿון די דאָזיקע, װאָס האָבן פֿאַרזינדיקט זײערע נפֿשות, פֿון זײ זאָל מען מאַכן אױסגעשלאָגענע בלעכן, אַן איבערצוג צום מזבח, װאָרעם מע האָט זײ געבראַכט פֿאַר ה׳, און זײ זײַנען געװאָרן הײליק; און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ צײכן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 4 האָט אֶלעָזָר דער כּהן גענומען די קופּערנע פֿײַערפֿאַנען, װאָס די פֿאַרברענטע האָבן געבראַכט, און מע האָט זײ אױסגעשלאָגן פֿאַר אַן איבערצוג צום מזבח, 5 אַ דערמאָנונג צי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי אַ פֿרעמדער מענטש, װאָס איז נישט פֿון דעם זאָמען פֿון אַהרֹן, זאָל נישט גענענען צו רײכערן װײַרעך פֿאַר ה׳, אַז ער זאָל נישט װערן אַזױ װי קֹרַח און אַזױ װי זײַן געזעמל; אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט צו אים דורך משהן.

6 און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט אױף מאָרגן געמורמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: איר האָט געטײט דאָס פֿאָלק פֿון ה׳. 7 און עס איז געװען, אַז די עדה האָט זיך אײַנגעזאַמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען, אַזױ האָבן זײ זיך אומגעקערט צום אוֹהל-מוֹעד, ערשט אַ װאָלקן האָט אים צוגעדעקט, און די פּראַכט פֿון ה׳ האָט זיך באַװיזן. 8 און משה און אַהרֹן זײַנען צוגעגאַנגען פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד, 9 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 10 שײדט אײַך אָפּ פֿון צװישן דער דאָזיקער עדה, און איך װעל זײ פֿאַרלענדן אין אַ רגע. זײַנען זײ געפֿאַלן אױף זײער פּנים. 11 און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: נעם די פֿײַערפֿאַן, און לײג אױף איר אַרױף פֿײַער פֿון מזבח, און טו אַרױף װײַרעך, און טראָג אױף גיך צו דער עדה, און זײַ מכַפּר אױף זײ, װאָרעם אַ צאָרן איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר ה׳; די מגפֿה האָט זיך אָנגעהױבן.

Veja também