Pular para o conteúdo
Publicidade

Números 25

פּינְחס

10 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 11 פּינְחס דער זון פֿון אֶלעָזָר, דעם זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן, האָט אָפּגעקערט מײַן גרימצאָרן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל מיט װאָס ער האָט זיך אָנגענומען פֿון מײַנעטװעגן צװישן זײ, און איך האָב נישט פֿאַרלענדט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין מײַן קִנְאָה. 12 דערום זאָג: זע, איך גיב אים מײַן ברית פֿון שלום. 13 און עס זאָל זײַן אים און זײַן זאָמען נאָך אים אַ ברית פֿון אײביקער כּהונה, דערפֿאַר װאָס ער האָט זיך אָנגענומען פֿון זײַן ג-טס װעגן, און האָט מכַפּר געװען אױף די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.

Veja também