Pular para o conteúdo
Publicidade

1 Reis 19

20 האָט ער איבערגעלאָזן די רינדער, און איז געלאָפֿן נאָך אֵלִיָהון, און האָט געזאָגט: לאָמיך, איך בעט דיך, קושן מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער, און איך װעל גײן נאָך דיר. האָט ער צו אים געזאָגט: גײ, קער זיך אום, װאָרעם װאָס האָב איך דיר געטאָן?

21 האָט ער זיך אומגעקערט פֿון הינטער אים, און ער האָט גענומען דאָס געשפּאַן רינדער, און האָט עס געשאָכטן, און מיט די שפּאַנצײַג פֿון די רינדער האָט ער אָפּגעקאָכט זײער פֿלײש; און ער האָט געגעבן די מענטשן, און זײ האָבן געגעסן. און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און ער איז געגאַנגען נאָך אֵלִיָהון, און האָט אים באַדינט.

Veja também