19 און בַת-שֶבֿע איז געקומען צום מלך שלמה, צו רעדן צו אים פֿון אַדוֹנִיָהוּס װעגן, און דער מלך איז אױפֿגעשטאַנען איר אַנטקעגן, און ער האָט זיך צו איר געבוקט, און האָט זיך געזעצט אױף זײַן טראָן, און געשטעלט אַ טראָן פֿאַר דעם מלכס מוטער, און זי האָט זיך געזעצט אױף זײַן רעכטער זײַט. 20 און זי האָט געזאָגט: אײן קלײנע בקשה בעט איך פֿון דיר: זאָלסט נישט אָפּשטױסן מײַן פּנים. האָט דער מלך צו איר געזאָגט: בעט, מײַן מוטער, װאָרעם איך װעל נישט אָפּשטױסן דײַן פּנים.