12 און איך װעל דורכגײן דורכן לאַנד מִצרַיִם אין דער דאָזיקער נאַכט, און װעל שלאָגן יעטװעדער בכוֹר אין לאַנד מִצרַיִם, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה; און אױף אַלע ג-טער פֿון מִצרַיִם װעל איך טאָן אַ משפּט; איך בין ה׳.
13 און דאָס בלוט װעט אײַך זײַן פֿאַר אַ צײכן אױף די הײַזער װאָס איר זײַט דאָרטן, און איך װעל זען דאָס בלוט, און װעל איבערהיפּן איבער אײַך, און עס װעט נישט זײַן צװישן אײַך קײן פּלאָג אומצוברענגען, װען איך שלאָג אין לאַנד מִצרַיִם.