Pular para o conteúdo
Publicidade

שְמוֹת 2

1 און אַ מאַן פֿון דעם הױז פֿון לֵוִי איז געגאַנגען און האָט גענומען אַ טאָכטער פֿון לֵוִי. 2 און די פֿרױ איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט אים געזען אַז ער איז שײן, און האָט אים באַהאַלטן דרײַ חדשים. 3 און אַז זי האָט אים מער נישט געקענט באַהאַלטן, האָט זי גענומען פֿאַר אים אַ תּבֿה פֿון פּאַפּירוס, און האָט עס אױסגעקלעפּט מיט לײם און מיט פּעך; און זי האָט אַרײַנגעטאָן דערין דאָס קינד, און האָט עס אַהינגעטאָן אין די רוהרן בײַם ברעג טײַך. 4 און זײַן שװעסטער האָט זיך געשטעלט פֿון דער װײַטן, צו װיסן װאָס מיט אים װעט געשען.

5 און די טאָכטער פֿון פַּרעהן האָט אַראָפּגענידערט זיך צו באָדן אין טײַך; און אירע מײדלעך זײַנען אומגעגאַנגען בײַן זײַט טײַך. האָט זי דערזען דאָס קעסטל צװישן די רוהרן, און זי האָט געשיקט איר דינסט, און האָט עס געלאָזט נעמען. 6 און זי האָט עס געעפֿנט, און האָט עס דערזען דאָס קינד ערשט אַ ייִנגל װאָס װײנט. האָט זי זיך דערבאַרעמט אױף אים, און האָט געזאָגט: פֿון די קינדער פֿון די עִבֿרים איז דער דאָזיקער. 7 האָט זײַן שװעסטער געזאָגט צו פַּרעהס טאָכטער: זאָל איך גײן און דיר רופֿן אַ זײגפֿרױ פֿון די יודישע װײַבער, אַז זי זאָל זײגן פֿאַר דיר דאָס קינד? 8 האָט פַּרעהס טאָכטער צו איר געזאָגט: גײ. איז די יונגפֿרױ געגאַנגען און האָט גערופֿן די מוטער פֿון דעם קינד. 9 און פַּרעהס טאָכטער האָט צו איר געזאָגט: נעם אַװעק דאָס דאָזיקע קינד, און זײג עס פֿאַר מיר, און איך װעל דיר געבן דײַן לױן. האָט די פֿרױ גענומען דאָס קינד, און האָט עס געזײגט.

10 און אַז דאָס קינד איז גרעסער געװאָרן, האָט זי אים געבראַכט צו פַּרעהס טאָכטער, און ער איז איר געװאָרן פֿאַר אַ זון. און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען מֹשֶה, און האָט געזאָגט: װײַל פֿון װאַסער האָב איך אים אַרױסגעצױגן.

Veja também