Pular para o conteúdo
Publicidade

שְמוֹת 2

5 און די טאָכטער פֿון פַּרעהן האָט אַראָפּגענידערט זיך צו באָדן אין טײַך; און אירע מײדלעך זײַנען אומגעגאַנגען בײַן זײַט טײַך. האָט זי דערזען דאָס קעסטל צװישן די רוהרן, און זי האָט געשיקט איר דינסט, און האָט עס געלאָזט נעמען. 6 און זי האָט עס געעפֿנט, און האָט עס דערזען – דאָס קינד – ערשט אַ ייִנגל װאָס װײנט. האָט זי זיך דערבאַרעמט אױף אים, און האָט געזאָגט: פֿון די קינדער פֿון די עִבֿרים איז דער דאָזיקער. 7 האָט זײַן שװעסטער געזאָגט צו פַּרעהס טאָכטער: זאָל איך גײן און דיר רופֿן אַ זײגפֿרױ פֿון די יודישע װײַבער, אַז זי זאָל זײגן פֿאַר דיר דאָס קינד? 8 האָט פַּרעהס טאָכטער צו איר געזאָגט: גײ. איז די יונגפֿרױ געגאַנגען און האָט גערופֿן די מוטער פֿון דעם קינד. 9 און פַּרעהס טאָכטער האָט צו איר געזאָגט: נעם אַװעק דאָס דאָזיקע קינד, און זײג עס פֿאַר מיר, און איך װעל דיר געבן דײַן לױן. האָט די פֿרױ גענומען דאָס קינד, און האָט עס געזײגט.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também