22 אױב פּײַניקן װעסטו אים פּײַניקן, איז, װי נאָר ער װעט שרײַען צו מיר, װעל איך זיכער צוהערן זײַן געשרײ. 23 און מײַן צאָרן װעט גרימען, און איך װעל אײַך הרגען מיטן שװערד, און אײַערע װײַבער װעלן זײַן אַלמנות, און אײַערע קינדער יתומים.
24 אַז דו װעסט געלט לײַען מײַן פֿאָלק, דעם אָרעמאַן בײַ דיר, זאָלסטו נישט זײַן צו אים װי אַ בַעַל-חובֿ; איר זאָלט נישט אַרױפֿלײגן אױף אים צינזן.