13 און ער האָט גערעדט איבער בײמער, פֿון דעם צעדער װאָס אין לבֿנוֹן און ביז דעם אֵזובֿ װאָס װאַקסט אַרױס פֿון װאַנט. און ער האָט גערעדט איבער בהמות, און איבער פֿױגלען, און איבער שרצים, און איבער פֿישן. 14 און פֿון אַלע אומות איז מען געקומען הערן שלמהס חכמה – פֿון אַלע מלכים פֿון דער ערד װאָס האָבן געהערט פֿון זײַן חכמה.
15 און חירָם דער מלך פֿון צוֹר האָט געשיקט זײַנע קנעכט צו שלמהן, װאָרעם ער האָט געהערט אַז מע האָט אים געזאַלבט פֿאַר אַ מלך אױף זײַן פֿאָטערס אָרט; װײַל אַ גוטער פֿרײַנט איז חירָם געװען דָוִדן אַלע טעג. 16 האָט שלמה געשיקט צו חירָמען, אַזױ צו זאָגן: