בֹּא
1 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: קום צו פַּרעהן, װאָרעם איך האָב האַרט געמאַכט זײַן האַרץ און דאָס האַרץ פֿון זײַנע קנעכט, כּדי איך זאָל טאָן מײַנע דאָזיקע צײכנס צװישן אים; 2 און כּדי זאָלסט דערצײלן אין די אױערן פֿון דײַן זון, און פֿון דײַן זונס זון, װאָס איך האָב אָנגעטאָן מִצרַיִם, און מײַנע צײכנס װאָס איך האָב געמאַכט צװישן זײ; און איר זאָלט װיסן, אַז איך בין ה׳.