13 האָט משה געזאָגט צו האלֹקים: אָט קום איך צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און איך װעל זאָגן צו זײ: דער ג-ט פֿון אײַערע עלטערן האָט מיך געשיקט צו אײַך, און זײ װעלן זאָגן צו מיר: װאָס איז זײַן נאָמען? װאָס זאָל איך זאָגן צו זײ? 14 האָט אלֹקים געזאָגט צו משהן: איך בין װער איך בין. און ער האָט געזאָגט: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: איך בין האָט מיך געשיקט צו אײַך.