1 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 זע, איך האָב גערופֿן מיטן נאָמען בצַלאֵל דעם זון פֿון אורי דעם זון פֿון חורן, פֿון שבֿט יהוּדה, 3 און איך האָב אים אָנגעפֿילט מיט דעם רוּחַ אלֹקים, אין חכמה, און אין פֿאַרשטאַנדיקײט און אין קענשאַפֿט, און אין יעטװעדער מלאָכה, 4 אױסצוקינצלען קונציקע זאַכן, צו אַרבעטן אין גאָלד, און אין זילבער, און אין קופּער; 5 און אין שנײַדונג פֿון שטײנער צום אײַנפֿאַסן, און אין שניצונג פֿון האָלץ, צו אַרבעטן אין יעטװעדער מלאָכה.