Pular para o conteúdo
Publicidade

1 Reis 18

41 און אֵלִיָהו האָט געזאָגט צו אַחאָבֿן: גײ אַרױף, עס און טרינק, װאָרעם עס איז אַ גערױש פֿון אַ סך רעגן.

42 איז אַחאָבֿ אַרױפֿגעגאַנגען עסן און טרינקען. און אֵלִיָהו איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן שפּיץ כַּרמֶל, און האָט זיך אײַנגעבױגן צו דער ערד, און אַרײַנגעטאָן זײַן פּנים צװישן זײַנע קני. 43 און ער האָט געזאָגט צו זײַן יונג: גײ אַקאָרשט אַרױף, טו אַ קוק קעגן ים. איז ער אַרױפֿגעגאַנגען און האָט געקוקט, און ער האָט געזאָגט: נישטאָ גאָרנישט. האָט ער געזאָגט: גײ װידער, זיבן מאָל. 44 און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן מאָל, האָט ער געזאָגט: זע, אַ קלײן װאָלקנדל אַזױ װי די האַנט פֿון אַ מענטשן גײט אױף פֿון ים. האָט ער געזאָגט: גײ אַרױף, זאָג צו אַחאָבֿן: שפּאַן אײַן און נידער אַראָפּ, כּדי דער רעגן זאָל דיך נישט פֿאַרהאַלטן.

45 און עס איז געװען, אײדער װאָס װען איז דער הימל שװאַרץ געװאָרן פֿון װאָלקנס און געװיטער, און עס איז געװאָרן אַ גרױסער רעגן. און אַחאָבֿ האָט זיך אַרױפֿגעזעצט, און איז אַװעק קײן יִזרְעֶאל.

46 און די האַנט פֿון ה׳ איז געװען אױף אֵלִיָהון, און ער האָט אָנגעגורט זײַנע לענדן, און איז געלאָפֿן פֿאַרױס פֿאַר אַחאָבֿן ביז װוּ דו קומסט קײן יִזרְעֶאל.

Veja também