Pular para o conteúdo
Publicidade

מְלָכִים א 19

1 און אַחאָבֿ האָט דערצײלט אִיזֶבֿלען אַלץ װאָס אֵלִיָהו האָט געטאָן, און אַלץ דינג װי אַזױ ער האָט געהרגעט אַלע נבֿיאים מיטן שװערד. 2 האָט אִיזֶבֿל געשיקט אַ שליח צו אֵלִיָהון, אַזױ צו זאָגן: זאָלן די ג-טער טאָן אַזױ און נאָך מער, אױב איך װעל מאָרגן אין דער צײַט נישט מאַכן דײַן לעבן אַזױ װי דאָס לעבן פֿון אײנעם פֿון זײ!

3 און װי ער האָט דאָס געזען, אַזױ איז ער אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעק אום זײַן לעבן, און איז געקומען קײן באֵר-שֶבַֿע װאָס געהערט צו יהוּדה, און ער האָט דאָרטן איבערגעלאָזט זײַן יונג. 4 און ער אַלײן איז געגאַנגען אין מדבר אַ טאָג װעגס, און איז געקומען און האָט זיך געזעצט אונטער אַ בעזעמבײמל, און ער האָט געבעטן אױף זיך דעם טױט, און האָט געזאָגט: גענוג! אַצונד, ה׳, נעם צו מײַן זעל, װאָרעם, איך בין נישט בעסער פֿון מײַנע עלטערן.

5 און ער האָט זיך געלײגט און איז אײַנגעשלאָפֿן אונטער אַ בעזעמבײמל. ערשט אַ מלאך רירט אים אָן, און זאָגט צו אים: שטײ אױף, עס. 6 האָט ער זיך אומגעקוקט, ערשט אים צוקאָפּנס איז אַ קוכן געבאַקט אױף אָנגעברענטע שטײנער, און אַ קרוג װאַסער. האָט ער געגעסן און געטרונקען, און האָט זיך װידער געלײגט.

7 און דער מלאך פֿון ה׳ איז געקומען אַ צװײט מאָל, און האָט אים אָנגערירט, און געזאָגט: שטײ אױף, עס, װאָרעם דער װעג איז צו װײַט פֿאַר דיר.

8 איז ער אױפֿגעשטאַנען, און האָט געגעסן און געטרונקען, און איז געגאַנגען מיט דעם כּוֹח פֿון דעם דאָזיקן עסן פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט, ביז דעם באַרג פֿון האלֹקים, חוֹרֵבֿ.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também