Pular para o conteúdo
Publicidade

1 Reis 3

5 אין גִבֿעוֹן האָט זיך ה׳ באַװיזן צו שלמהן אין אַ חלום פֿון דער נאַכט, און אלֹקים האָט געזאָגט: בעט װאָס איך זאָל דיר געבן. 6 האָט שלמה געזאָגט: דו האָסט געטאָן מיט דײַן קנעכט, מײַן פֿאָטער דָוִדן, גרױס חֶסֶד, אַזױ װי ער איז געגאַנגען פֿאַר דיר מיט אמת און מיט גערעכטיקײט און מיט רעכטפֿאַרטיקײט פֿון האַרצן קעגן דיר; און האָסט אים געהיט דעם דאָזיקן גרױסן חֶסֶד, און האָסט אים געגעבן אַ זון װאָס זיצט אױף זײַן טראָן אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 7 און אַצונד, ה׳ מײַן ג-ט, דו האָסט געמאַכט דײַן קנעכט פֿאַר אַ מלך אױף דעם אָרט פֿון מײַן פֿאָטער דָוִדן, און איך בין אַ קלײן ייִנגל, איך װײס נישט װוּ אױס און װוּ אײַן. 8 און דײַן קנעכט איז אין מיטן פֿון דײַן פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסדערװײלט, אַ גרױס פֿאָלק װאָס קען נישט געצײלט און נישט באַרעכנט װערן פֿון פֿילקײט. 9 דערום זאָלסטו געבן דײַן קנעכט אַ פֿאַרשטאַנדיק האַרץ, צו משפּטן דײַן פֿאָלק, צו דערקענען צװישן גוטס און שלעכטס, װאָרעם װער קען משפּטן דאָס דאָזיקע גרױסע פֿאָלק דײַנס?

10 און די זאַך איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון אֲדֹנָי, װאָס שלמה האָט געבעטן די דאָזיקע זאַך. 11 און אלֹקים האָט צו אים געזאָגט: װײַל דו האָסט געבעטן די דאָזיקע זאַך, און נישט דו האָסט דיר געבעטן פֿיל טעג, און נישט דו האָסט דיר געבעטן עשירות, און נישט דו האָסט געבעטן דאָס לעבן פֿון דײַנע פֿײַנט, נײַערט האָסט דיר געבעטן שׂכל צו פֿאַרשטײן אַ משפּט, 12 אָט האָב איך געטאָן לױט דײַן װאָרט: זע, איך האָב דיר געגעבן אַ קלוג און פֿאַרשטאַנדיק האַרץ, אַז אַזאַ װי דו איז נישט געװען פֿאַר דיר, און נאָך דיר װעט נישט אױפֿשטײן אַזאַ װי דו.

Veja também