1 דענצמאָל האָט שלמה אײַנגעזאַמלט די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און אַלע הױפּטלײַט פֿון די שבֿטים, די פֿירשטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צו מלך שלמה קײן ירושָלַיִם, כּדי אַרױפֿצוברענגען דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית פֿון דָוִדס-שטאָט, דאָס איז צִיוֹן. 2 און אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט צום מלך שלמה אױף יוֹם-טובֿ, אין מאָנאַט אֵתָנים, דאָס איז דער זיבעטער חודש. 3 און אַלע עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געקומען, און די כּהנים האָבן געטראָגן דעם אָרון. 4 זײ האָבן אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון ה׳, און דעם אוֹהל-מוֹעד, און אַלע הײליקע כּלים װאָס אין געצעלט – די כּהנים און די לוִיִים האָבן זײ אַרױפֿגעבראַכט. 5 און דער מלך שלמה און מיט אים די גאַנצע עדה פֿון יִשׂרָאֵל װאָס איז זיך צונױפֿגעקומען בײַ אים, זײַנען געװען פֿאַר דעם אָרון, שלאַכטנדיק שאָף און רינדער, װאָס האָבן נישט געקענט געצײלט װערן און נישט באַטראַכט װערן פֿון פֿילקײט. 6 און די כּהנים האָבן אַרײַנגעבראַכט דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית אױף זײַן אָרט, אין דעם דבֿיר פֿון הױז, אין קדשֵי-קָדשים, אונטער די פֿליגלען פֿון די כּרובֿים. 7 װאָרעם די כּרובֿים האָבן אױסגעשפּרײט די פֿליגלען איבער דעם אָרט פֿון אָרון, און די כּרובֿים האָבן געשירעמט איבער דעם אָרון און איבער זײַנע שטאַנגען פֿון אױבן. 8 און די שטאַנגען זײַנען געװען אַזױ לאַנג אַז די שפּיצן פֿון די שטאַנגען זײַנען געזען געװאָרן פֿון הײליקטום פֿאַרן דבֿיר, אָבער זײ זײַנען נישט געזען געװאָרן װײַטער אַרױס. און זײ זײַנען דאָרטן געבליבן ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
9 גאָרנישט איז אין אָרון געװען, נאָר די צװײ שטײנערנע לוחות װאָס משה האָט אַהין אַרײַנגעלײגט אין חוֹרֵבֿ, בעת ה׳ האָט געשלאָסן אַ בונד מיט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װען זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם.
10 און עס איז געװען, װי די כּהנים זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון הײליקטום, אַזױ האָט אַ װאָלקן אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון ה׳. 11 און די כּהנים האָבן נישט געקענט זיך שטעלן טאָן דעם דינסט פֿון װעגן דעם װאָלקן, װאָרעם די פּראַכט פֿון ה׳ האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון ה׳.