21 און משה האָט גערופֿן אַלע עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און האָט צו זײ געזאָגט: ציט אַרױס און נעמט אײַך שאָף לױט אײַערע משפּחות, און שעכט דעם קָרבָּן-פֶּסַח. 22 און איר זאָלט נעמען אַ בינטל אֵזוֹבֿ-גראָז און אײַנטונקען אין דעם בלוט װאָס אין בעקן, און איר זאָלט צורירן צו דעם אײבערשטידל און צו די בײדע בײַשטידלעך פֿון דעם בלוט װאָס אין בעקן, און איר זאָלט קײנער נישט אַרױסגײן פֿון דעם אײַנגאַנג פֿון זײַן הױז ביז אין דער פֿרי. 23 און אַז ה׳ װעט דורכגײן צו שלאָגן מִצרַיִם, װעט ער זען דאָס בלוט אױפֿן אײבערשטידל און אױף די בײדע בײַשטידלעך, און ה׳ װעט איבערהיפּן איבערן אײַנגאַנג, און ער װעט נישט לאָזן דעם אומברענגער אַרײַנקומען אין אײַער הױז צו שלאָגן.