26 און ער האָט געזאָגט: אױב צוהערן װעסטו צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳ דײַן ג-ט, און װעסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין זײַנע אױגן, און װעסט האָרכן צו זײַנע געבאָט, און היטן אַלע זײַנע חוקים, װעל איך אַל די קראַנקשאַפֿט װאָס איך האָב אַרױפֿגעטאָן אױף מִצרַיִם, נישט אַרױפֿטאָן אױף דיר; װאָרעם איך בין ג-ט װאָס הײלט.