17 האָט משהס שװער צו אים געזאָגט: נישט גוט איז די זאַך װאָס דו טוסט. 18 מיד װעסטו מיד װערן, אי דו, אי דאָס דאָזיקע פֿאָלק װאָס מיט דיר, װײַל די זאַך איז צו שװער פֿאַר דיר; קענסט עס נישט טאָן אַלײן. 19 אַצונד הער צו מײַן קֹול; איך װעל דיר אַן עצה געבן, און אלֹקים װעט זײַן מיט דיר: זײַ דו דעם פֿאָלק פֿאַר האלֹקים, און דו זאָלסט ברענגען די זאַכן צו האלֹקים. 20 און זאָלסט זײ קלאָר מאַכן די געזעצן און די לערנונגען, און זײ מאַכן װיסן דעם װעג װאָס זײ זאָלן אין אים גײן, און די טוּונג װאָס זײ זאָלן טאָן. 21 און דו זאָלסט זען פֿון גאַנצן פֿאָלק טױגלעכע מענטשן, יראי אלֹקים, אמתע מענטשן, װאָס האָבן פֿײַנט גײַציקײט, און זאָלסט זײ מאַכן איבער זײ פֿאַר עלטסטע פֿון טױזנט, עלטסטע פֿון הונדערט, עלטסטע פֿון פֿופֿציק, און עלטסטע פֿון צען. 22 און זײ זאָלן משפּטן דאָס פֿאָלק צו יעטװעדער צײַט; און עס װעט זײַן, יעטװעדער גרױסע זאַך װעלן זײ ברענגען צו דיר, און יעטװעדער קלײנע זאַך װעלן זײ אַלײן משפּטן, און זײ װעלן דיר פֿאַרגרינגערן, און מיטטראָגן מיט דיר. 23 אױב דו װעסט טאָן די דאָזיקע זאַך, און אלֹקים װעט דיר אַזױ הײסן, װעסטו קענען באַשטײן, און אױך דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק װעט גײן אַהײם אין שלום.