2 און די פֿרױ איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט אים געזען אַז ער איז שײן, און האָט אים באַהאַלטן דרײַ חדשים. 3 און אַז זי האָט אים מער נישט געקענט באַהאַלטן, האָט זי גענומען פֿאַר אים אַ תּבֿה פֿון פּאַפּירוס, און האָט עס אױסגעקלעפּט מיט לײם און מיט פּעך; און זי האָט אַרײַנגעטאָן דערין דאָס קינד, און האָט עס אַהינגעטאָן אין די רוהרן בײַם ברעג טײַך.