3 זאָלסט נישט האָבן אַנדערע ג-טער פֿאַר מײַן פּנים. 4 זאָלסט דיר נישט מאַכן אַ בילד געשניץ, אָדער אַ קײנערלײ געשטאַלט פֿון װאָס אין הימל אױבן, אָדער װאָס אױף דער ערד אונטן, אָדער װאָס אין װאַסער אונטער דער ערד. 5 זאָלסט זיך נישט בוקן צו זײ, און זאָלסט זײ נישט דינען; װאָרעם איך ה׳ דײַן ג-ט בין אַן אֵל קַנֹּוא, װאָס רעכן זיך פֿאַר די זינד פֿון די פֿאָטערס מיט די קינדער, מיטן דריטן און מיטן פֿירטן דור פֿון די װאָס האָבן מיך פֿײַנט, 6 און טו חֶסֶד מיטן טױזנטסטן גליד פֿון די װאָס האָבן מיך ליב, און פֿון די װאָס היטן מײַנע געבאָט.
7 זאָלסט נישט אַרױפֿברענגען דעם נאָמען פֿון ה׳ דײַן ג-ט צום פֿאַלשן, װאָרעם ה׳ שענקט נישט דעם װאָס ברענגט אַרױף זײַן נאָמען צום פֿאַלשן.
8 געדענק דעם טאָג פֿון שבת, אים צו האַלטן הײליק. 9 זעקס טעג זאָלסטו אַרבעטן, און טאָן אַלע דײַנע מלאָכות; 10 אָבער דער זיבעטער טאָג איז שבת צו ה׳ דײַן ג-ט, זאָלסטו נישט טאָן קײן מלאָכה, דו, און דײַן זון, און דײַן טאָכטער, דײַן קנעכט, און דײַן דינסט, און דײַן בהמה, און דײַן פֿרעמדער װאָס אין דײַנע טױערן. 11 װאָרעם זעקס טעג האָט ה׳ געמאַכט דעם הימל און די ערד, דעם ים, און אַלץ װאָס אין זײ, און אױפֿן זיבעטן טאָג האָט ער גערוט; דערום האָט ה׳ געבענטשט דעם טאָג פֿון שבת, און האָט אים געהײליקט.
12 האַלט אין כּבֿוד דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן אױף דער ערד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר.
13 זאָלסט נישט הרגען. זאָלסט נישט מזַנה זײַן. זאָלסט נישט גנבֿען. זאָלסט נישט זאָגן אױף דײַן חבֿר פֿאַלשע עדות.
14 זאָלסט נישט גלוסטן דײַן חבֿרס הױז; זאָלסט נישט גלוסטן דײַן חבֿרס װײַב, אָדער זײַן קנעכט, אָדער זײַן דינסט, אָדער זײַן אָקס, אָדער זײַן אײזל, אָדער װאָס נאָר עס איז דײַן חבֿרס.
15 און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט בײגעװױנט די דונערן, און די פֿלאַמען, און דעם קֹול פֿון שופֿר, און דעם רױכיקן באַרג; און װי דאָס פֿאָלק האָט עס געזען, אַזױ האָבן זײ געציטערט, און זײַנען געשטאַנען פֿון דער װײַטן. 16 און זײ האָבן געזאָגט צו משהן: רעד דו צו אונדז, און מיר װעלן הערן, און זאָל נישט רעדן צו אונדז אלֹקים; מיר װעלן חלילה שטאַרבן.
17 האָט משה געזאָגט צום פֿאָלק: איר זאָלט נישט מורא האָבן, װאָרעם כּדי אײַך צו פּרוּװן איז האלֹקים געקומען, און כּדי זײַן מורא זאָל זײַן פֿאַר אײַער פּנים, אַז איר זאָלט נישט זינדיקן.