9 און יַעְבץ איז געװען דער אָנגעזעענסטער פֿון זײַנע ברידער; און זײַן מוטער האָט גערופֿן זײַן נאָמען יַעְבץ, אַזױ צו זאָגן: װײַל איך האָב אים געבאָרן מיט פּײַן. 10 און יַעְבץ האָט גערופֿן צום אלוקי יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: אױב בענטשן װעסטו מיך בענטשן, און װעסט פֿאַרגרעסערן מײַן געמאַרק, און דײַן האַנט װעט זײַן מיט מיר, און װעסט באַהיטן פֿון בײז, מיך נישט װײ צו טאָן. און ה׳ האָט אים באַשערט װאָס ער האָט געבעטן.