Pular para o conteúdo
Publicidade

שְמוֹת 16

11 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 12 איך האָב געהערט די מורמלערײַען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. רעד צו זײ אַזױ צו זאָגן: קעגן אָװנט װעט איר עסן פֿלײש, און אין דער פֿרי װעט איר זיך זעטן מיט ברױט, און איר װעט װיסן, אַז איך בין ה׳ אלוקיכם.

13 און עס איז געװען אין אָװנט, זײַנען אַרױפֿגעקומען װאַכטלפֿױגלען און האָבן באַדעקט דעם לאַגער; און אין דער פֿרי איז געװען אַ שיכט טױ רונד אַרום לאַגער. 14 און אַז די שיכט טױ האָט זיך אױסגעדאַמפּן, ערשט אױפֿן געזיכט פֿון מדבר איז דינס, שופּיקס, דין אַזױ װי פֿראָסט אױף דער ערד. 15 און װי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן דאָס געזען, אַזױ האָבן זײ געזאָגט אײנער צום אַנדערן: מָן הוא? װײַל זײ האָבן נישט געװוּסט װאָס דאָס איז. האָט משה צו זײ געזאָגט: דאָס איז דאָס ברױט, װאָס ה׳ האָט אײַך געגעבן צום עסן.

Veja também