Pular para o conteúdo
Publicidade

Êxodo 25

10 און זײ זאָלן מאַכן אַן אָרון פֿון שִטים-האָלץ; צװײ אײלן און אַ האַלב זײַן לענג, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן ברײט, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן הײך. 11 און זאָלסט אים איבערציען מיט רײנעם גאָלד פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק זאָלסטו אים איבערציען; און זאָלסט מאַכן אױף אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום. 12 און זאָלסט אױסגיסן פֿאַר אים פֿיר גילדערנע רינגען, און אַרױפֿטאָן אױף זײַנע פֿיר פֿיס; און צװײ רינגען זאָלן זײַן אױף זײַן אײן זײַט, און צװײ רינגען אױף זײַן צװײטער זײַט. 13 און זאָלסט מאַכן שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט גאָלד. 14 און זאָלסט אַרײַנציען די שטאַנגען אין די רינגען בײַ די זײַטן פֿון אָרון, צו טראָגן אױף זײ דעם אָרון. 15 אין די רינגען פֿון אָרון זאָלן די שטאַנגען זײַן, זײ זאָלן נישט אָפּגעטאָן װערן פֿון אים. 16 און זאָלסט אַרײַנטאָן אין דעם אָרון דאָס צײגנים װאָס איך װעל דיר געבן.

17 און זאָלסט מאַכן אַ דעק פֿון רײנעם גאָלד; צװײ אײלן און אַ האַלב זײַן לענג, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן ברײט. 18 און זאָלסט מאַכן צװײ גילדערנע כּרובֿים; געהאַמערט זאָלסטו זײ מאַכן, בײַ בײדע עקן פֿון דעק. 19 און מאַך אײן כּרובֿ בײַם עק פֿון דער זײַט, און אײן כּרובֿ בײַם עק פֿון דער אַנדער זײַט; פֿון דעם דעק גופֿא זאָלט איר מאַכן די כּרובֿים בײַ זײַנע בײדע עקן. 20 און די כּרובֿים זאָלן אױסשפּרײטן די פֿליגלען צו דער הײך, שירעמענדיק מיט זײערע פֿליגלען איבער דעם דעק, מיט זײערע פּנימער אײנער אַקעגן אַנדערן; צום דעק צו זאָלן זײַן די פּנימער פֿון די כּרובֿים. 21 און זאָלסט אַרױפֿטאָן דעם דעק אױבן אױפֿן אָרון; און אין דעם אָרון זאָלסטו אַרײַנטאָן דאָס צײגנים װאָס איך װעל דיר געבן.

Veja também