Pular para o conteúdo
Publicidade

Êxodo 32

11 האָט משה געבעטן פֿאַר ה׳ זײַן ג-ט, און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָס, ה׳, זאָל גרימען דײַן צאָרן אױף דײַן פֿאָלק, װאָס דו האָסט אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם מיט גרױס כּוֹח און מיט אַ שטאַרקער האַנט? 12 פֿאַר װאָס זאָלן זאָגן די מִצרַיִם, אַזױ צו זאָגן: צום בײזן האָט ער זײ אַרױסגעצױגן, כּדי זײ צו הרגען אין די בערג, און זײ צו פֿאַרלענדן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד? קער זיך אָפּ פֿון דײַן גרימצאָרן, און האָב חרטה אױף דעם בײז צו דײַן פֿאָלק. 13 דערמאָן זיך אָן אבֿרהם, אָן יִצחָק, און אָן יִשׂרָאֵל, דײַנע קנעכט, װאָס דו האָסט זײ געשװאָרן בײַ זיך, און האָסט צו זײ גערעדט: איך װעל מערן אײַער זאָמען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל, און דאָס דאָזיקע גאַנצע לאַנד װאָס איך האָב געזאָגט, װעל איך געבן צו אײַער זאָמען, און זײ װעלן עס אַרבן אױף אײביק. 14 האָט ה׳ חרטה געהאַט אױף דעם בײז װאָס ער האָט געזאָגט צו טאָן צו זײַן פֿאָלק.

Veja também