10 און דָוִד האָט נישט געװאָלט אָפּקערן דעם אָרון פֿון ה׳ צו זיך אין דָוִדס-שטאָט, און דָוִד האָט אים אָפּגעפֿירט צו דעם הױז פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען פֿון גַת. 11 און דער אָרון פֿון ה׳ איז געבליבן אין הױז פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען פֿון גַת דרײַ חדשים. און ה׳ האָט געבענטשט עוֹבֿד-אֶדוֹמען און זײַן גאַנץ הױז.
12 איז דערצײלט געװאָרן דעם מלך דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: ה׳ האָט געבענטשט דאָס הױז פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען און אַלץ װאָס געהערט צו אים, פֿון װעגן דעם אָרון פֿון האלֹקים. איז דָוִד געגאַנגען, און האָט אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון האלֹקים פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמס הױז אין דָוִדס-שטאָט, מיט אַ שׂימחה.