12 איז דערצײלט געװאָרן דעם מלך דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: ה׳ האָט געבענטשט דאָס הױז פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען און אַלץ װאָס געהערט צו אים, פֿון װעגן דעם אָרון פֿון האלֹקים. איז דָוִד געגאַנגען, און האָט אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון האלֹקים פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמס הױז אין דָוִדס-שטאָט, מיט אַ שׂימחה. 13 און עס איז געװען, װי די טרעגערס פֿון דעם אָרון פֿון ה׳ זײַנען אָפּגעגאַנגען זעקס טריט, אַזױ האָט ער געשלאַכט אַן אָקס און אַ געשטאָפּט רינד. 14 און דָוִד האָט געטאַנצט מיטן גאַנצן כּוֹח פֿאַר ה׳; און דָוִד איז געװען אָנגעגורט אין אַ לײַנענעם אֵפֿוֹד. 15 און דָוִד און דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל, האָבן אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון ה׳ מיט שאַלונג און מיט אַ קֹול פֿון שופֿר.