1 הערט צו, קינדער, דעם מוסר פֿון אַ פֿאָטער,
און פֿאַרנעמט, כּדי צו קענען פֿאַרשטאַנדיקײט.
2 װאָרעם אַ גוטע לערע גיב איך אײַך,
איר זאָלט מײַן תּורה נישט פֿאַרלאָזן.
3 װאָרעם איך בין אױך געװען אַ זון בײַ מײַן פֿאָטער,
אַ ציטעריקער און אַן אײנאײנציקער פֿאַר מײַן מוטער.
4 און ער האָט מיך געלערנט, און מיר געזאָגט:
זאָל דײַן האַרץ זיך האַלטן אָן מײַנע װערטער,
היט מײַנע געבאָט, און לעב.
5 קױף חכמה, קױף פֿאַרשטאַנדיקײט; זאָלסט נישט פֿאַרגעסן,
און זיך נישט אָפּנײַגן פֿון די װערטער פֿון מײַן מױל.
6 זאָלסט זי נישט פֿאַרלאָזן, און זי װעט דיך באַהיטן,
האָב זי ליב, און זי װעט דיך אױפֿפּאַסן.