1 די שפּריכװערטער פֿון שלמה דעם זון פֿון דָוִדן, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל;
2 כּדי צו װיסן חכמה און מוסר,
צו פֿאַרשטײן די װערטער פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט;
3 צו נעמען דעם מוסר פֿון קלוגשאַפֿט,
גערעכטיקײט און רעכט און יושר;
4 צו געבן די נאַרן געשײַטקײט,
דעם יונגן קענשאַפֿט און געדאַנקען;
5 דער חכם זאָל הערן און מערן לערנונג,
און דער פֿאַרשטאַנדיקער זאָל קריגן תּחבוּלות;
6 צו פֿאַרשטײן אַ שפּריכװאָרט און אַ מליצה,
די װערטער פֿון די חכמים און זײערע רעטענישן.
7 דער אָנהײב פֿון קענשאַפֿט איז מורא פֿאַר ה׳,
אָבער די נאַרן פֿאַראַכטן חכמה און מוסר.