18 און עס װעט זײַן, אַז ער זעצט זיך אױף דעם טראָן פֿון זײַן מלוכה, זאָל ער זיך אױפֿשרײַבן אַן איבערחזרונג פֿון דער דאָזיקער תּורה אױף אַ בוך, פֿון דער װאָס פֿאַר די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי. 19 און דאָס זאָל זײַן בײַ אים, און ער זאָל לײענען דערין אַלע טעג פֿון זײַן לעבן, כּדי ער זאָל לערנען מורא צו האָבן פֿאַר ה׳ זײַן ג-ט, צו היטן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּורה, און די דאָזיקע געזעצן, זײ צו טאָן; 20 אַז זײַן האַרץ זאָל זיך נישט דערהײבן איבער זײַנע ברידער, און ער זאָל זיך נישט אָפּקערן פֿון די געבאָט רעכטס אָדער לינקס, כּדי ער זאָל מַאֲריך-ימים זײַן אױף זײַן מלוכה, ער און זײַנע קינדער, צװישן יִשׂרָאֵל.
Publicidade