Pular para o conteúdo
Publicidade

Deuteronômio 21

18 אַז אַ מאַן װעט האָבן אַ זון אַן אָפּקערער און אַ װידערשפּעניקער, װאָס הערט נישט צו דעם קֹול פֿון זײַן פֿאָטער, און צו דעם קֹול פֿון זײַן מוטער, און זײ װעלן אים שטראָפֿן, און ער װעט נישט צוהערן צו זײ, 19 זאָל זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער אים אָננעמען, און אים אַרױספֿירן צו די עלטסטע פֿון זײַן שטאָט, און צו דעם טױער פֿון זײַן אָרט. 20 און זײ זאָלן זאָגן צו די עלטסטע פֿון זײַן שטאָט: דער דאָזיקער זון אונדזערער איז אַן אָפּקערער און אַ װידערשפּעניקער, ער הערט נישט צו אונדזער קֹול; ער איז אַ פֿרעסער און אַ זױפֿער. 21 און אַלע מענטשן פֿון זײַן שטאָט זאָלן אים פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער, און ער זאָל שטאַרבן. און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר; און גאַנץ יִשׂרָאֵל װעלן הערן, און װעלן מורא האָבן.

Veja também