Pular para o conteúdo
Publicidade

Gênesis 16

1 און שָׂרַי, אַבֿרמס װײַב, האָט אים נישט געבאָרן קײן קינדער; און זי האָט געהאַט אַ מִצרישע דינסט װאָס איר נאָמען איז געװען הָגָר. 2 האָט שָׂרַי געזאָגט צו אַבֿרמען: זע נאָר, ה׳ האָט מיך פֿאַרמיטן פֿון געבערן; קום, איך בעט דיך, צו מײַן דינסט, אפֿשר װעל איך אױפֿגעריכט װערן דורך איר. האָט אַבֿרם צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון שָׂרַין. 3 און שָׂרַי, אַבֿרמס װײַב, האָט גענומען הָגָר די מִצרית, איר דינסט, נאָכדעם װי אַבֿרם איז געזעסן אין לאַנד כּנַעַן צען יאָר, און זי האָט זי געגעבן איר מאַן אַבֿרמען פֿאַר אַ װײַב צו אים.

Veja também