1 דער װאָס שײדט זיך אָפּ, איז אױסן זײַן װילן;
בײַ יעטװעדער באַראָט װיל ער זיך אַרױסװײַזן.
2 דער נאַר װיל נישט פֿאַרשטאַנדיקײט,
נאָר אַז זײַן שׂכל זאָל אַנטפּלעקט װערן.
3 אַז דער רשע קומט, קומט אױך פֿאַראַכטונג,
און מיט שענדלעכקײט – שפּאָט.
4 טיפֿע װאַסערן זײַנען די װערטער פֿון אַ מענטשנס מױל,
אַ קװעליקער טײַך איז דער ברונעם פֿון חכמה.
5 קײן גוטס קומט נישט אַרױס פֿון שאַנעװען דעם רשע,
כּדי צו קריװדען דעם גערעכטן בײַם משפּט.
6 די ליפּן פֿון דעם נאַרן קומען מיט קריג,
און זײַן מױל רופֿט צו געשלעג.
7 דאָס מױל פֿון דעם נאַרן איז אַ בראָך פֿאַר אים,
און זײַנע ליפּן זײַנען אַ נעץ פֿאַר זײַן זעל.
8 די װערטער פֿון דעם אונטערהעצער זײַנען װי געשמאַקע ביסנס,
און זײ נידערן אין די קאַמערן פֿון לײַב.
9 אױך דער װאָס איז אָפּגעלאָזט אין זײַן אַרבעט,
איז אַ ברודער צו אַ מאַן אַן אױסברענגער.
10 אַ שטאַרקער טורעם איז דער נאָמען פֿון ה׳,
צו אים לױפֿט דער צדיק און װערט באַשיצט.
11 דער פֿאַרמעג פֿון דעם עושר איז זײַן באַפֿעסטיקטע שטאָט,
און װי אין אַ הױכער מױער איז ער אין זײַן אײַנבילדעניש.
12 פֿאַר אַ בראָך װערט האָפֿערדיק דעם מענטשנס האַרץ,
און פֿאַר כּבֿוד קומט עניװת.
13 דער װאָס ענטפֿערט אַ זאַך אײדער ער האָט אױסגעהערט,
איז דאָס פֿון אים אַ נאַרישקײט און אַ שאַנד.
14 אַ מענטשנס געמיט קען אױסהאַלטן זײַן קראַנקשאַפֿט,
אָבער אַ דערשלאָגן געמיט, װער קען עס אַריבערטראָגן?