Pular para o conteúdo
Publicidade

דִבֿרֵי הַיָמִים ב 20

15 און ער האָט געזאָגט: פֿאַרנעמט, גאַנץ יהוּדה, און באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און מלך יהוֹשָפֿט: אַזױ האָט ה׳ צו אײַך געזאָגט: איר זאָלט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן פֿאַר דעם דאָזיקן גרױסן המוֹן, װאָרעם נישט אײַער מלחמה איז דאָס נאָר ג-טס. 16 מאָרגן נידערט אַראָפּ אױף זײ; זעט, זײ גײען אַרױף מיט דעם אַרױפֿגאַנג פֿון ציץ, און איר װעט זײ טרעפֿן אין עק טאָל, פֿאַר דעם מדבר פֿון ירואֵל. 17 נישט איר װעט דאָס מאָל דאַרפֿן מלחמה האַלטן; שטעלט אײַך אױס, שטײט, און זעט די ישועה פֿון ה׳ מיט אײַך, יהוּדה און ירושָלַיִם; איר זאָלט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן, מאָרגן גײט אַרױס אַקעגן זײ, און ה׳ װעט זײַן מיט אײַך.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também