5 און זאָלסט ליב האָבן ה׳ דײַן ג-ט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל, און מיט דײַן גאַנצן כּוֹח. 6 און די דאָזיקע װערטער װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט, זאָלן זײַן אין דײַן האַרצן; 7 און זאָלסט זײ אײַנשאַרפֿן דײַנע קינדער, און זאָלסט רעדן פֿון זײ װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף.
Publicidade