Pular para o conteúdo
Publicidade

בְּרֵאשִׁית 26

1 און עס איז געװאָרן אַ הונגער אין לאַנד, אַחוץ דעם פֿריערדיקן הונגער, װאָס איז געװען אין די טעג פֿון אבֿרהמען; און יִצחָק איז געגאַנגען צו אַבֿימֶלֶך דעם מלך פֿון די פּלִשתּים, קײן גרָר. 2 און ה׳ האָט זיך באַװיזן צו אים, און האָט געזאָגט: זאָלסט נישט נידערן קײן מִצרַיִם, װױן אין דעם לאַנד װאָס איך װעל דיר זאָגן. 3 האַלט זיך אױף אין דעם דאָזיקן לאַנד, און איך װעל זײַן מיט דיר, און װעל דיך בענטשן; װאָרעם צו דיר און צו דײַן זאָמען װעל איך געבן אַלע די דאָזיקע לענדער, און איך װעל מקײם זײַן די שבֿועה װאָס איך האָב געשװאָרן צו דײַן פֿאָטער אבֿרהמען. 4 און איך װעל מערן דײַן זאָמען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל, און װעל געבן צו דײַן זאָמען אַלע די דאָזיקע לענדער; און בענטשן װעלן זיך מיט דײַן זאָמען אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד; 5 דערפֿאַר װאָס אבֿרהם האָט צוגעהערט צו מײַן קֹול, און האָט געהיט מײַן היטונג, מײַנע געבאָט, מײַנע געזעצן, און מײַנע לערנונגען.

6 און יִצחָק האָט זיך באַזעצט אין גרָר. 7 האָבן די מענטשן פֿון דעם אָרט געפֿרעגט װעגן זײַן װײַב, און ער האָט געזאָגט: זי איז מײַנע אַ שװעסטער; װאָרעם ער האָט מורא געהאַט צו זאָגן: מײַן װײַב; טאָמער װעלן די מענטשן פֿון דעם אָרט מיך הרגען איבער רבקהן, װײַל זי איז שײן פֿון אױסזען.

8 און עס איז געװען, אַז ער איז דאָרטן אָפּגעװען אַ לאַנגע צײַט, האָט אַבֿימֶלֶך דער מלך פֿון די פּלִשתּים אַרױסגעקוקט דורכן פֿענצטער, און געזען, ערשט יִצחָק שטיפֿט מיט זײַן װײַב רבקהן.

Veja também