Pular para o conteúdo
Publicidade

בְּרֵאשִׁית 45

5 און אַצונד זאָלט איר אײַך נישט קלעמען, און זאָל נישט פֿאַרדריסן אין אײַערע אױגן, װאָס איר האָט מיך פֿאַרקױפֿט אַהער, װאָרעם צו דערהאַלטן לעבנס האָט מיך אלֹקים געשיקט אײַך פֿאַרױס. 6 װאָרעם שױן צװײ יאָר אַז דער הונגער איז אין לאַנד, און נאָך פֿינף יאָר װעלן זײַן, װאָס עס װעט נישט זײַן קײן אַקער און קײן שניט. 7 און אלֹקים האָט מיך געשיקט אײַך פֿאַרױס, כּדי אײַך צו לאָזן אַן איבערבלײַב אױף דער ערד, און אײַך צו דערהאַלטן בײַם לעבן דורך אַ גרױסער ישועה. 8 און אַצונד, נישט איר האָט מיך אַהער געשיקט, נײַערט האלֹקים; און ער האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַ פֿאָטער צו פַּרעהן, און פֿאַר אַ האַר אױף זײַן גאַנצן הױז, און פֿאַר אַ געװעלטיקער איבערן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também