4 נאָר פֿלײש מיט זײַן לעבן, זײַן בלוט, זאָלט איר נישט עסן. 5 און פֿאַר װאָר, אײַער בלוט, פֿון אײַערע נפֿשות, װעל איך אױפֿמאָנען; פֿון דער האַנט פֿון איטלעכער חיה װעל איך עס אױפֿמאָנען, און פֿון דער האַנט פֿון דעם מענטשן, פֿון דער האַנט פֿון דעם מענטשן זײַן ברודער, װעל איך אױפֿמאָנען דאָס לעבן פֿון אַ מענטשן.
6 דער װאָס פֿאַרגיסט דאָס בלוט פֿון אַ מענטשן,
זאָל דורך אַ מענטשן זײַן בלוט פֿאַרגאָסן װערן;
װאָרעם אין דער געשטאַלט פֿון אלֹקים
האָט ער געמאַכט דעם מענטשן.