1 און דער אָרון פֿון ה׳ איז אָפּגעװען אין פֿעלד פֿון די פּלִשתּים זיבן חדשים. 2 האָבן די פּלִשתּים גערופֿן די פּריסטער און די װאָרזאָגער, אַזױ צו זאָגן: װאָס זאָלן מיר טאָן מיט דעם אָרון פֿון ה׳? מאַכט אונדז װיסן מיט װאָס מיר זאָלן אים אָפּשיקן צו זײַן אָרט. 3 האָבן זײ געזאָגט: אַז איר שיקט אָפּ דעם אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל, זאָלט איר אים נישט אָפּשיקן מיט לײדיקן; נײַערט אָפּצאָלן זאָלט איר אים אָפּצאָלן אַ שולדאָפּפֿער; דענצמאָל װעט איר געהײלט װערן, און אײַך װעט באַװוּסט װערן פֿאַר װאָס זײַן האַנט האָט זיך נישט אָפּגעטאָן פֿון אײַך.