1 אַל דאָס װאָרט װאָס איך באַפֿעל אײַך, דאָס זאָלט איר היטן צו טאָן; זאָלסט נישט צולײגן דערצו, און זאָלסט נישט מינערן דערפֿון.
2 אַז צװישן דיר װעט אױפֿשטײן אַ נבֿיא, אָדער אַ חלומער פֿון חלומות, און ער װעט דיר געבן אַ צײכן אָדער אַ װוּנדער – 3 און דער צײכן און דאָס װוּנדער װאָס ער האָט דיר פֿאַרױסגעזאָגט, װעט אָנקומען – אַזױ צו זאָגן: לאָמיר גײן נאָך פֿרעמדע ג-טער – װאָס דו קענסט נישט – און לאָמיר זײ דינען;