13 אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ װײַב, און װעט קומען צו איר, און װעט זי פֿײַנט קריגן, 14 און ער װעט מאַכן אױף איר אַ בילבול, און אַרױסלאָזן אױף איר אַ שֶם-רַע, און זאָגן: איך האָב גענומען די דאָזיקע װײַב, און איך האָב צו איר גענענט, און האָב בײַ איר נישט געפֿונען קײן בתולים; 15 זאָל דער פֿאָטער פֿון דער מײדל, און איר מוטער, נעמען און אַרױסברענגען די בתולים פֿון דער מײדל צו די עלטסטע פֿון שטאָט, אין טױער. 16 און דער פֿאָטער פֿון דער מײדל זאָל זאָגן צו די עלטסטע: איך האָב געגעבן מײַן טאָכטער צו דעם דאָזיקן מאַן פֿאַר אַ װײַב, און ער האָט זי פֿײַנט געקריגן; 17 און אָט מאַכט ער אַ בלבול, אַזױ צו זאָגן: איך האָב נישט געפֿונען בײַ דײַן טאָכטער קײן בתולים; און דאָס זײַנען די בתולים פֿון מײַן טאָכטער. און זײ זאָלן פֿונאַנדערשפּרײטן די דעקע פֿאַר די עלטסטע פֿון שטאָט.
Publicidade