Pular para o conteúdo
Publicidade

דְבָֿרִים 4

9 נאָר זײַ דיר אָפּגעהיט און היט זײער דײַן זעל, זאָלסט נישט פֿאַרגעסן די זאַכן װאָס דײַנע אױגן האָבן געזען, און זײ זאָלן נישט אָפּגעטאָן װערן פֿון דײַן האַרצן אַלע טעג פֿון דײַן לעבן, און זאָלסט זײ מאַכן װיסן דײַנע קינדער און דײַנע קינדס-קינדער; 10 דעם טאָג װאָס דו ביסט געשטאַנען פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט אין חוֹרֵבֿ, װען ג-ט האָט צו מיר געזאָגט: זאַמל אײַן צו מיר דאָס פֿאָלק, און איך װעל זײ לאָזן הערן מײַנע װערטער, כּדי זײ זאָלן לערנען מורא צו האָבן פֿאַר מיר אַלע טעג װאָס זײ לעבן אױף דער ערד, און אױך זײערע קינדער זאָלן זײ לערנען.

Veja também