Pular para o conteúdo
Publicidade

Gênesis 2

22 און ה׳ אלֹקים האָט געבױט פֿון דער ריפּ, װאָס ער האָט אַרױסגענומען פֿון דעם מענטשן, אַ פֿרױ, און האָט זי געבראַכט צו דעם מענטשן. 23 האָט דער מענטש געזאָגט:

דאָס מאָל איז דאָס אַ בײן פֿון מײַנע בײנער,

און פֿלײש פֿון מײַן פֿלײש;

די דאָזיקע זאָל גערופֿן װערן פֿרױ,

װײַל פֿון אַ מאַן איז גענומען געװאָרן די דאָזיקע.

24 דערום פֿאַרלאָזט אַ מאַן זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און באַהעפֿט זיך אָן זײַן װײַב, און זײ װערן אײן פֿלײש.

Veja também