12 אַז דו װעסט באַאַרבעטן די ערד, זאָל זי דיר מער נישט געבן איר קראַפֿט; נעַ-ונַד זאָלסטו זײַן אױף דער ערד. 13 האָט קַיִן געזאָגט צו ה׳: מײַן שטראָף איז צו גרױס אַריבערצוטראָגן. 14 אָט האָסטו מיך הײַנט פֿאַרטריבן פֿון דעם געזיכט פֿון לאַנד, און פֿון דײַן פּנים װעל איך זײַן פֿאַרבאָרגן, און איך װעל זײַן נעַ-ונַד אױף דער ערד; װעט זײַן, װער-נאָר עס טרעפֿט מיך װעט מיך דערהרגען. 15 האָט ה׳ צו אים געזאָגט: דערום װער-נאָר עס הרגעט קַיִנען זאָל זיבנפֿאַך גענומען װערן נקמה פֿון אים. און ה׳ האָט געמאַכט קַיִנען אַ צײכן, אַז קײנער װאָס טרעפֿט אים, זאָל אים נישט דערשלאָגן.
16 און קַיִן איז אַװעקגעגאַנגען פֿון פֿאַר ה׳, און האָט זיך באַזעצט אין לאַנד נוֹד, אין מזרח פֿון עֵדֶן.