7 און נֹח, און זײַנע זין, און זײַן װײַב, און זײַנע זינס װײַבער, מיט אים, זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין דער תּבֿה, פֿון װעגן דעם װאַסער פֿון מבול. 8 פֿון די רײנע בהמות, און פֿון די בהמות װאָס זײַנען נישט רײן, און פֿון די פֿױגלען און אַלץ װאָס קריכט אױף דער ערד, 9 זײַנען צו צװײ צו צװײ אַרײַנגעגאַנגען צו נֹחן אין דער תּבֿה, אַ זָכר און אַ נקבֿה, אַזױ װי אלֹקים האָט באַפֿױלן נֹחן.
10 און עס איז געװען צו זיבן טעג, אַזױ איז דאָס װאַסער פֿון מבול געװען אױף דער ערד.