15 האָט חנה געענטפֿערט און האָט געזאָגט: נײן, מײַן האַר, אַ פֿרױ מיט אַ שװער געמיט בין איך, און װײַן און שטאַרק געטראַנק האָב איך נישט געטרונקען, נײַערט איך האָב אױסגעגאָסן מײַן זעל פֿאַר ה׳. 16 זאָלסט נישט האַלטן דײַן דינסט פֿאַר אַ נידער-טרעכטיקער פֿרױ, װאָרעם פֿון מײַן גרױס קלאָג און מײַן ערגערניש האָב איך גערעדט ביז אַהער.