Pular para o conteúdo
Publicidade

1 Samuel 17

45 האָט דָוִד געזאָגט צו דעם פּלִשתּי: דו קומסט צו מיר מיט אַ שװערד און מיט אַ שפּיז און מיט אַ פּיקע, און איך קום צו דיר אין דעם נאָמען פֿון ה׳ צבָֿאוֹת, דעם ה׳ פֿון די רײען פֿון יִשׂרָאֵל װאָס דו האָסט געלעסטערט. 46 הײַנטיקן טאָג װעט דיך ה׳ איבערענטפֿערן און איך װעל דיך דערשלאָגן, און װעל אַראָפּנעמען דײַן קאָפּ פֿון דיר; און איך װעל געבן די פּגרים פֿון דער מחנה פֿון די פּלִשתּים הײַנטיקן טאָג צום פֿױגל פֿון הימל און צו דער חיה פֿון דער ערד; און די גאַנצע ערד װעט װיסן, אַז פֿאַראַן אלֹקים בײַ יִשׂרָאֵל. 47 און די דאָזיקע גאַנצע אײַנזאַמלונג װעט װיסן אַז נישט מיט אַ שװערד און מיט אַ שפּיז העלפֿט ה׳; װאָרעם די מלחמה איז ה׳ס, און ער װעט אײַך געבן אין אונדזער האַנט.

Veja também