11 האָט שָאול געשיקט שלוחים צו דָוִדס הױז, אים צו היטן, און אים צו טײטן אין דער פֿרי. אָבער זײַן װײַב מִיכל האָט אָנגעזאָגט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: אױב דו ראַטעװעסט נישט דײַן נפֿש די נאַכט, װערסטו מאָרגן געטײט.
12 און מִיכל האָט אַראָפּגעלאָזט דָוִדן דורכן פֿענצטער, און ער איז אַװעק און איז אַנטלאָפֿן און אַנטרונען געװאָרן. 13 און מִיכל האָט גענומען דעם תּרָפֿים, און אַרױפֿגעלײגט אױפֿן בעט, און אַ געשטריק פֿון ציגנהאָר האָט זי אים געלײגט צו קאָפּנס, און איבערגעדעקט מיט אַ בגד. 14 און אַז שָאול האָט געשיקט שלוחים צו נעמען דָוִדן, האָט זי געזאָגט: ער איז קראַנק.
15 האָט שָאול געשיקט שלוחים צו זען דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: ברענגט אים אַרױף מיטן בעט צו מיר, אים צו טײטן. 16 זײַנען די שלוחים געקומען, ערשט דער תּרָפֿים איז אױפֿן בעט, און דאָס געשטריק פֿון ציגנהאָר אים צוקאָפּנס.
17 האָט שָאול געזאָגט צו מִיכלען: פֿאַר װאָס האָסטו מיך אַזױ אָפּגענאַרט, און האָסט אַװעקגעלאָזט מײַן שׂונא, און ער איז אַנטרונען געװאָרן? האָט מִיכל געזאָגט צו שָאולן: ער האָט צו מיר געזאָגט: לאָז מיך אַװעק, נאָך װאָס זאָל איך דיך טײטן?
18 און דָוִד איז אַנטלאָפֿן און אַנטרונען געװאָרן, און ער איז געקומען צו שמוּאֵלן קײן רָמָה, און האָט אים דערצײלט אַלץ װאָס שָאול האָט אים געטאָן. און ער און שמוּאֵל זײַנען געגאַנגען און האָבן זיך באַזעצט אין נָיוֹת.