1 און חנה האָט מתפּלל געװען, און האָט געזאָגט:
מײַן האַרץ איז לוסטיק דורך ה׳,
מײַן האָרן איז דערהױבן דורך ה׳;
מײַן מױל איז ברײט אַקעגן מײַנע פֿײַנט,
װאָרעם איך פֿרײ זיך מיט דײַן הילף.
2 נישטאָ אַ הײליקער װי ה׳,
װאָרעם חוץ דיר איז נישטאָ;
און נישטאָ אַ פֿעלדז װי אלוקינו.
3 נישט מערן זאָלט איר הױכהאָפֿערדיקע רײד,
נישט אַרױס זאָל פֿאַרשײַטס פֿון אײַער מױל.
װאָרעם אַן אֵל פֿון װיסענשאַפֿט איז ה׳,
און פֿון אים װערן מעשׂים געװױגן.
4 דער בױגן פֿון גיבוֹרים װערט צעבראָכן.
און געשטרױכלטע גורטן אָן קראַפֿט.
5 זאַטע פֿאַרדינגען זיך אום ברױט,
און הונגעריקע רוען אָפּ;
בעת די עקרה געבערט זיבן,
װערט די רײַכע אין קינדער פֿאַרװעלקט.
6 ה׳ טײט און ה׳ מאַכט לעבעדיק,
ער מאַכט נידערן אין שְׁאֹול און ברענגט אױף.
7 ה׳ מאַכט אָרעם און מאַכט רײַך,
ער דערנידערט און דערהײבט.
8 ער ריכט אױף פֿון שטױב דעם אָרעמאַן.
פֿון מיסט הײבט ער אױף דעם אבֿיון,
זײ צו זעצן מיט פֿירשטן,
און אַ טראָן פֿון כּבֿוד מאַכט ער זײ אַרבן;
װאָרעם ה׳ס זײַנען די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד.
און ער האָט אױף זײ די װעלט געשטעלט.
9 די פֿיס פֿון זײַנע פֿרומע באַהיט ער,
און רשעים װערן אין חושך פֿאַרשניטן;
װאָרעם נישט מיט כּוֹח איז אַ מענטש שטאַרק.
10 די װאָס קריגן אױף ה׳ װערן צעבראָכן;
ער דונערט אין הימל אױף זײ;
ה׳ משפּט די עקן פֿון דער ערד,
און גיט מאַכט צו זײַן מלך,
און דערהײבט דעם האָרן פֿון זײַן געזאַלבטן.