2 און די פּלִשתּים האָבן זיך אַרױסגעשטעלט אַקעגן יִשׂרָאֵל, און די מלחמה האָט זיך פֿאַרשפּרײט, און יִשׂרָאֵל איז געשלאָגן געװאָרן פֿאַר די פּלִשתּים; און זײ האָבן געטײט אין דער שלאַכט אױפֿן פֿעלד אַרום פֿיר טױזנט מאַן. 3 און אַז דאָס פֿאָלק איז צוריקגעקומען אין לאַגער, האָבן די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט: פֿאַר װאָס האָט אונדז הײַנט ה׳ געשלאָגן פֿאַר די פּלִשתּים? לאָמיר אַריבערנעמען צו אונדז פֿון שילוֹ דעם אָרון פֿון ג-טס ברית, כּדי ער זאָל קומען צװישן אונדז, און אונדז העלפֿן פֿון דער האַנט פֿון אונדזערע פֿײַנט.
4 האָט דאָס פֿאָלק געשיקט קײן שילוֹ, און זײ האָבן אַריבערגעטראָגן פֿון דאָרטן דעם אָרון פֿון דעם ברית פֿון ה׳ צבָֿאוֹת װאָס זיצט איבער די כּרובֿים; און דאָרטן זײַנען געװען עליס צװײ זין בײַ דעם אָרון פֿון ג-טס ברית, חפֿני און פּינְחס. 5 און עס איז געװען, װי דער אָרון פֿון ה׳ס ברית איז אָנגעקומען אין לאַגער, אַזױ האָבן גאַנץ יִשׂרָאֵל געשאַלט אַ גרױסע שאַלונג, אַז די ערד איז פֿאַרהילכט געװאָרן. 6 און די פּלִשתּים האָבן געהערט דעם קֹול פֿון דער שאַלונג, און זײ האָבן געזאָגט: װאָס איז דער קֹול פֿון דער דאָזיקער גרױסער שאַלונג אין לאַגער פֿון די עִבֿרים? און זײ זײַנען געװאָר געװאָרן אַז דער אָרון פֿון ה׳ איז אָנגעקומען אין לאַגער. 7 און די פּלִשתּים האָבן מורא געקראָגן, װאָרעם זײ האָבן געזאָגט: אלֹקים איז געקומען אין לאַגער. און זײ האָבן געזאָגט: װײ אונדז! װאָרעם אַזױ-װאָס איז נישט געשען נעכטן-אײערנעכטן. 8 װײ אונדז! װער װעט אונדז מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון די דאָזיקע מאַכטיקע ג-טער? דאָס זײַנען דאָך די ג-טער װאָס האָבן געשלאָגן די מִצרַיִם מיט אַלערלײ שלעק אין מדבר. 9 שטאַרקט אײַך, און זײַט מענער, איר פּלִשתּים, כּדי איר זאָלט נישט דינען די עִבֿרים, אַזױ װי זײ האָבן אײַך געדינט; דערום זײַט מענער, און איר זאָלט מלחמה האַלטן.
10 און די פּלִשתּים האָבן מלחמה געהאַלטן, און יִשׂרָאֵל איז געשלאָגן געװאָרן, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן איטלעכער צו זײַנע געצעלטן. און עס איז געװען זײער אַ גרױסער שלאַק, און עס זײַנען געפֿאַלן פֿון יִשׂרָאֵל דרײַסיק טױזנט פֿוסגײער. 11 און דער אָרון פֿון אלֹקים איז צוגענומען געװאָרן, און עליס צװײ זין זײַנען געטײט געװאָרן, חפֿני און פּינְחס.